א אפענעם בריוו צו די איחוד הקהילות למען טוהר המחנה, געשריבן דורך ר' דוד טייטעלבוים, מנהל פון קעמפ שדי חמד
עס איז א הערליכע זאך צו זעהן ווי אזא גרויסע אנשטרענגונג (עפפארט) ווערט אונטערגענומען דורך אונזערע רבנים איבער א נושא וועלכע ווערט ענדליך אנגענומען ערנסט. עס איז אויך גאר גוט אז מיר האבן ענדליך איינגעזעהן דעם ווערטלאזיגקייט פון אסר'ן עפעס וואס וועט בעל כרחך ווערן א טייל פון אונזער לעבן. חז"ל האבן אונז שוין געלערנט לאנג צוריק אז "אין גוזרין גזירה שאין הציבור יכולים לעמוד בו" מען איז נישט גוזר א גזירה וואס רוב מענטשן קענען נישט ביישטיין. און דער סיבה דערצו איז פשוט, דער ציבור וועט פארלירן זייער רעספעקט פאר אויטאריטעט. און כאטש עס איז פופצן יאר צו שפעט, איז דאך אבער דער עבר שוין אינעם עבר, און וואס איז אונז געבליבן איז זיך צו לערנען דערפון. אבער זיך לערנען דערפון מוזן מיר.
די ריזיגע פראבלעם דארף זיכער האבן א ריזיגע לעזונג, אבער איך האבן זייער מורא אז מיר גייען פאר א ריזיגע דיסעפוינטמענט. אויב וואס איך האב געליינט אין די פאמפלעט איז ריכטיג, און אונזער ריזיגעלעזונג איז פילטערס, מיינט דאס אז מיר האבן זיך גארנישט געלערנט פון דעם עבר.
א פילטער הערט זיך גוט, אבער דאס איז נישט דער לעזונג. א פילטער איז נאר אזוי עפעקטיוו ווי דער מענטש וועלכער נוצט אים וויל ווערן געפילטערט. און כאטש עס איז א גוטער וועג צו סטאפן פאפ אפס און אוממאראלישע וועב בלעטער, איז דאס אבער אומרעלעוואנט לגבי דעם פראבלעם מיט וועלכן מיר ספראווען זיך דא. איך וועל קורצליך מסביר זיין פארוואס פילטערס זענען נישט דער לייזונג, דורך ארויסברענגען געוויסע פאקטן וואס מענטשן ווייסן מעגליך נישט.
1 טעכנאלאגיש – דער אינטערנעט איז אזוי דיזיינט און באשאפן געווארן אז עס זאל נישט קענען ווערן געפילטערט. דורך דעם וואס עס איז דעזיינט געווארן אזוי ווי א געוועב, איז נישט קיין חילוק וויפיל דו זאלסט נאר פרובירן, קענסטו נישט קאנטראלירן די אינפארמאציע. גיב נאר א קוק אין די מיטל מזרח לענדער ווי גרויזאמע דיקטאטורן זענען אראפגעווארפן געווארן דורך "סאשעל נעטווארקינג". און זיי האבן זיכער פרובירט אלעס אין דער וועלט אויף אפצושטעלן דעם אינטערנעט, אבער האבן נישט מצליח געווען ווייל דער אינטערנעט קען נישט ווערן קאנטראלירט. די מפאא (MPAA) האט פראבירט אפצושטעלן פיער-טו-פיער פייל שערינג (איך ווייס נישט וואס דאס מיינט) און האבן קיינמאל נישט מצליח געווען. דער אינטערנעט איז געווארן דעזיינט אין די זעכציגער יארן נוצנדיג א סיסטעם וועלכע רופט זיך פעקעט סוויטשינג (PACKET SWITCHING) אזוי אז די אינפארמאציע זאל זיך אלעמאל אויטאמאטיש ריראוטן צו אן אנדערער וועג, און דאס מאכט אוממעגליך עס צו צענזורירן.
2 פעססווארד – ווען איך בין אלט געווען זיבעצן יאר און דער אינטערנעט האט אנגעהויבן פארשפרייט ווערן אויף די וועלט, האט איינס פון די ערשטע פילטער קאמפאניס באזוכט מיין טאטן. זיי האבן געוואלט זיין הסכמה. במשך דעם שמועס האבן זיי פארגעשטעלט פאר מיין טאטן וויאזוי דאס ארבעט, און מיין טאטע האט מיך געפרעגט וואס איך האלט. איך האב זיך אראפגעזעצט ביים קאמפיוטער און מיט אפאר קליקס האב איך אויסגעקרויזט זייער פילטער. מיין טאטע האט זיי געזאגט זיי זאלן צוריק קומען ווען מיין קינד וועט נישט קענען אויסשאלטערן דעם פילטער. זיי זענען קיינמאל נישט צוריק געקומען. איך בין נישט געווען קיין מומחה אין קאמפיוטערס, און מען דארף נישט זיין, יעדעס קינד קען זיך אויסלערנען צו ברעכן דעם סאפיסטיקרטסטן פעסווארד. מען דארף נישט מער ווי איינער זאל עס אויסגעפונען, און ביז געציילטע מינוטן ווייסן עס אלע זיינע חברים. און פאר די וואס האבן נישט חברים קען ער עס אויפזוכן אויף גוגל. מאניטערינג פראגראמס (די וואס גיבן אכט ווי דו גייסט און דערנאך קענען די עלטערן דאס זעהן) קען אויך ווערן אויסגעשאלטערט פונקט אזוי גרינג. און דאס זעלבע איז געזאגט אויף דעם חברותא סיסטעם. גלייב נישט די קאמפאניס וועלכע פרובירן דיר צו פארקויפן זייערע פראדוקטן.
3 ווייפיי – בחינם'דיגע אומגעפילטערטע ווייערלעס אינטערנעט איז דא צו באקומען היינט כמעט איבעראל ווי דו גייסט נאר. און דער יעצטיגער ציהל איז צו האבן ווייפיי בחינם איבער גאנץ אמעריקא, אזוי ווי עס איז שוין דא אין טייל פון די גרעסערע שטעט. און ממילא איז יעדער פילטער אינדערהיים נישט רעלעוואנט. כמעט יעדע נייע עלעקטראנישע מאשינדל האט ווייפיי מעגליכקייטן. און צו פראבירן צו לייגן א פעסווארד אויף יעדן איינציגסטן מאשינדל איז פשוט נישט רעאליסטיש.
איך געדענק ווען א יו עס סענאטאר איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק אז יעדער אוממאראלישער וועב זייטל זאל דארפן האבן א קנעפל וואס וועט זאגן "קליק דא אויב דו ביסט העכער אכצן יאר אלט". איך מיין מען זאל אים באלוינען מיט דעם נאבעל פרייז פאר אזא גלענצענדער איינפאל!
פילטערן און מאניטערן זענען זייער וויכטיג, און זיי ארבעטן גוט אין סקולס און אין אפענע פלעצער, אבער אויב די נקודה פון דעם גאנצן קאנווענשאן איז פילטערס, דעמאלס רוף עס אן א פילטער עקספאו און מאך עס אין דעם דשעיקאב דשאוויץ סענטער. עס איז העכסט צייט אז מיר זאלן זיך פארמעסטן מיט די נייע מציאותן פון די היינטיגע צייטן און דערפאר דארפן מיר זוכן אמת'ע מציאות'דיגע לעזונגען.
עס זענען ב"ה פארהאנען ריזיגע לעזונגען אבער דאס פאדערט אביסל מער אנשטרענגונג ווי קויפן א הונדערט דאללער'דיגען פילטער. עס פאדערט איבערגעגעבענקייט און אסאאאך צייט. די גוטע נייעס איז אז עס זענען ב"ה פארהאן רבנים און מלמדים וועלכע זענען גרייט עס צו טוהן. מיר פארמאגן ב"ה היינטיגע צייטן א יונגע דור מיט אסאך טאלאנט וועלכע ווילן זייער העלפן, אבער זיי דארפן האבן דעם ריכטיגן אנווייזונג און הדרכה.
אלזא, כאטש פילטערס זענן וויכטיג און זיי הערן זיך זייער גוט, גיב איך עס אן F. א F ווייל עס וועט פ'עילן (דורכפאלן) און א F ווייל עס וועט אונז פ'ולן (FOOL) עס וועט אונז ארייננארן מיר זאלן מיינען אז מיר האבן געלעזט אונזער פראבלעם.
דער אמת'ער לעזונג הייבט זיך אן מיט א E און זיי האבן טאקע אן ע'קסעלענט טרעק רעקארד. ע'דוקעישאן-חינוך, ע'קסייטמענט, ע'נטערטעינמענט-אונטערהאלטונג, ע'נדיערמענט-טייער האלטן, ע'קספאוזשער-(ווער קען איבערטייטשן), ע'קספרעשאן-זיך ארויסגעבן, ע'מברעיסמענט-עס אויפנעמען, און ע'נדשוימענט.
עדיוקעישאן – מיר מוזן עדיוקעיטן (אויסלערנען, מחנך זיין, אויפציען) אונזערע קינדער צו פארשטיין פארוואס אונזערע אידישע ווירדן זענען העכער, טייערער און בעסער ווי די ווירדן וועלכע זיי זעען אינדרויסן אויף די גאס [אדער היינטיגע צייטן, אויף די אינטערנעט]. מיר מוזן זיי אויסלערנען וויאזוי זיך צו ספראווען מיט שוועריגקייטן און נסיונות וועלכע זיי טוען באגעגענען יעדן טאג און אויפהערן זיך מאכן גלייבן (מעיק בעליוו) אז עס פאסירט נישט. דאס לעבן איז א קייט פון מאכן החלטות און מיר דארפן אויסלערנען אונזערע קינדער וויאזוי צו מאכן די ריכטיגע החלטות, אריינגערעכנט אויף דעם אינטערנעט. אויב א מלמד אדער טיטשער קען נישט אנערקענען אז זיינע תלמידים באנוצן זיך מיטן אינטערנעט, דאן קען ער נישט האבן קיין אפענעם שמועס מיט זיי איבערדעם. אויב לאזטו נישט צו סאשעל נעטווארקינג, דאן וויאזוי וועסטו אים אויסלערנען אנליין פרייוועסי און סעיפטי.
עקסייטמענט – מיר דארפן מאכן אונזערע מוסדות מער עקסייטינג. עס זענען דא צאללאזע ארגאניזאציעס וועלכע נוצן טעכנאלאגיע צו מאכן אידישקייט מער ענגעידשינג (עס איז מיר שווער דאס מסביר זיין. עס מיינט עפעס אזוי אז מען מאכט אידישקייט האבן מער א שייכות מיט דעם איד ער זאל זיין מער אינוואלווד דערמיט, ווי איידער זיין עפעס וואס איז אינדרויסן פון אים און האט נישט דירעקט קיין שייכות מיט אים) און פאן, אנגעהויבן ביי אינטערעקטיוו אידישע לערנונג ביז צו סמארט באורדס אין די קלאסרומס. מיט דעם שלל פון אינפארמאציע וועלכע איז דא צו געפונען אויף די כשר'ע וועב זייטלעך, איז דא אזוי פיל גוטע און נוצליכע תוכן פון וועלכע יעדער איינער קען ארויסנעמען א גוטן נוצן.
ענטערטעינמענט – מיר דארפן צוריק ברענגען כשר'ע אונטערהאלטונג צו אונזער יוגנט. קאנצערטן, ראליס, און איבערנאכט טריפס זאלן ווערן צוגעשטופט, נישט גע'אסר'ט. יא, מעגליך זיי וועלן לערנען אביסל ווייניגער יעצט, אבער אויף דעם ווייטן בליק וועלן מיר האבן קינדער וועלכע וועלן ליב האבן צו זיין אידיש.
ענדיערמענט – מיר מוזן זיכער מאכן אז יעדעס קינד שפירט אז ער איז וויכטיג און מיר דארפן אים, סיי ביי זיין משפחה און סיי אין מוסד. מיר מוזן פטור ווערן פון אזעלכע נעמען אזוי ווי "קידס עט ריסק" און "אףף די דרך". מיר זענען אלע עט ריסק און מיר זאלן קיינמאל נישט דן זיין אנדערע אלס אראפ פון וועג. יעדער טאטע און מאמע ווערט אנגעזאגט נישט אנצורופן זייער קינד "שלעכט" ווייל דאן וועט ער טאקע זיך אויפפירן שלעכט. דאס זעלבע איז מיט די סארט לעיבעלס, זיי טוען גארנישט אויף. קיין שום קינד וויל נישט גיין צו א "עט ריסק סקול". מלמדים זאלן באהאנדלען יעדעס קינד ווי א עט ריסק קינד. עלטערן און מוסדות מוזן אקצעפטירן יעדעס קינד, אפגעזעהן פון ווי פרום ער איז. קיינמאל האט מען נישט קיין רעכט צו מאכן א קינד פילן אומגעוואלט ווייל עס איז גורם א בושה פאר די משפחה אדער ווייל די מוסד וועט האבן א שלעכטע נאמען.
עקספאוזשער – אין די ווערטער פון רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל, אויב דו האלטסט א קינד אין שטוב אלעמאל, דאן ווען ער וועט דאס ערשטע מאל ארויס גיין אין גאס וועט ער זיך פארקילן. אנשטאט דארפן מיר אים אויסשטעלן צו די קעלט שוין פון יונגווייז אן אזוי אז ווען ער ווערט עלטער און גייט ארויס פון שטוב און טרעפט זיך מיט די דרויסנדיגע גאס, וועט ער זיין גרייט פאר דעם.
עקספרעשאן – מיר מוזן ערלויבן אונזערע קינדער זיך ארויסצוזאגן, זיך ארויסגעבן און זיך אויסדרוקן. דאס מיינט אז זיי מעגן און קענען פרעגן וועלכע סארט פראגעס זיי האבן. זיי זאלן מחליט זיין וועלכע נושא איז אויף די אגענדע פונעם טאג און מיר זאלן זיך צוהערן צו זיי און הערן וויאזוי זיי שפירן. קיין שום תלמיד זאל זיך נישט דארפן שפירן שולדיג פארן פרעגן עפעס וואס שטערט אים. פונקט ווי א טעראפיסט וועט אלעמאל פרעגן "זאג מיר וויאזוי דו פילסט דערוועגן" אזוי זאלן מיר טוהן אין אונזערע שטובער און קלאס צימערן.
עמברעיסמענט – מיר דארפן פריינטליך ענטפאנגען טעכנאלאגיע ווייל דאס איז אונזער קאנעקשאן צום יונגערן דור. דאס איז די וועג וויאזוי זיי קאמיוניקירן איינער מיטן צווייטן און עס גייט זיך נישט טוישן. ווען מיר חוזק'ן אפ טעקסטן, דאן חוזק'ן מיר אפ פון זיי. ווען דו אסר'סט פעיסבוק אסר'סטו זיי און דו טוסט זיך דערווייטערן פון זייער וועלט. ווי א געוויסער טינעידשער האט מיר געזאגט: "איך בין נישט עדיקטעד צו מיין סעלפאון אדער פעיסבוק, איך בין עדיקטעד צו מיינע פריינט", און ווער פון אונז איז נישט?
ענדשוימענט – און לעצט, מיר דארפן פארזיכערן אז אונזערע קינדער געפונען הנאה אין זיין אידן. בעסער זאלן זיי האבן ווייניגער טעסטס און מער פאן, ווי איידער זיי זאלן קלערן אז אידישקייט איז בארינג און אומגעוואונטשן. ווייל די וועלכע געפונען נישט קיין שמחה און הנאה אין זיין אידיש וועלן אדער איבערלאזן אידישקייט, אדער בלייבן אידיש אבער זיין אנגעגעסן און ברוגז אינעווייניג, וועלכע קען נאך זיין ערגער.
מיר דארפן געדענקען די ווערטער פון חז"ל "חנוך לנער על פי דרכו". דאס, זאגט ר' שמשון רפאל הירש איז דער גאלדענער געבאט פון חינוך וואס די תורה פאדערט פון אונז. מיר דארפן אפשאצן יעדעס קינד און זעהן ווי זיינע/אירע שטארקקייטן זענען און דאן זיי גיבן די נויטיגע כלים און זיי אויסלערנען און מחנך זיין פון גאר פרי צו דאס וואס זיי וועלן פראקטיצירן נאך וואס זיי וועלן האבן אויסגעוואקסן אונזער באגלייטונג. צו דאס איז פונקט ווי מיר ווילן זיי זאלן זיין אדער נישט, דארפן מיר לייגן געוויכט נישט אויף זיי צו טוישן, נאר אויף צו ארבעטן מיט זיי. לייען די ווערטער פארזיכטיג "לערן דעם קינד לויט זיין וועג" נישט לויט אונזערס!
איך האב אמאל געפרעגט מיין פאטער פארוואס מען האלט אין איין אסר'ן אלע אידישע צוזאמענקונפטן, און ער האט מיר געענטפערט, ווייל דאס איז דער גרינגסטער וועג. ווארפן דעם שולד איז אויך גרינג. עלטערן באשולדיגן די מוסדות און די מוסדות באשולדיגן די עלטערן. מיר באשולדיגן אונזערע קינדער'ס פריינט און מיר באשולדיגן אונזערע שכנים. אצינד האבן מיר געפונען א נייע זאך צו באשולדיגן, טעכנאלאגיע, און עס קען זיך אפילו נישט פארטיידיגן! און א לעצטעריגן בוך מיטן נאמען "אראפ פון דרך" טוט פאראנאק מארגאליס אינטערוויוען פילע יוגענטליכע פארוואס זיי זענען אראפ פון דעם דרך. די דריי הויפט סיבות וועלכע זי האט געפונען זענען, א חסרון פון פאזיטיווע געפיהלן, אומפארענטפערטע קשיות איבער אידישקייט און די מעגליכקייט פאר אונזערע קינדער צו אנטוויקלען זייער אייגנארטיגע עמאציאנעלע און רעליגיעזע פאטענציאל. טעכנאלאגיע איז ניטאמאל אנגעקומען אויף די ליסטע. אוודאי קען דער אינטערנעט גענוצט ווערן אלס א געצייג פאר די וואס זוכן אוועק צו גיין, אבער סיי וואס קען גענוצט ווערן אויף דעם. מיטן ווארפן דעם שולד אויף טעכנאלאגיע פארלירן מיר דעם פאוקוס, מיר דארפן זוכן צו פארעכטן דעם מקור פון דעם פראבלעם.
מיר קענען פרובירן ווייטער צו איזאלירן אונזערע קינדער מער און מער ביז מיר וועלן זיי דערשטיקן אדער קענען מיר זיי אויסלערנען וויאזוי צו לעבן ווי א איד אין דעם נייעם מילעניום. עס נעמט שווערע ארבעט און אסאך איבערגעגעבענקייט צו טרעפן אמת'ע לעזונגען, אבער אויב מיר וועלן עס נישט טאן, דאן קענען מיר שוין אנהייבן מיט די הכנות פאר דעם קומענדיגן קאנווענשאן אין פינף יאר ארום, וואו איך בין זיכער אז מען וועט מודיע זיין דעם ציבור איבער א נייעם סארט פארגעשריטענעם פילטער.
דוד טייטלבוים
דירעקטאר פון קעמפ שדי חמד אינטערנאציאנאל
שמואל הלוי- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1485
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
- האט שוין געלייקט: 210 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
No comments:
Post a Comment
When posting please be careful about Loshon Hara